Видео

В составе

Создатели

МУЗЫКА И СЛОВА
Moses Grossman
Moses Grossman
Автор песен
Moshe Klein
Moshe Klein
Автор песен
Shauly Grossman
Shauly Grossman
Автор песен
ПРОДЮСЕРЫ И ЗВУКОРЕЖИССЕРЫ
MOiSHE'LE
MOiSHE'LE
Продюсер

Слова

וויפל ווילסטו פאר דיין נשמה א טעלער לינדזן די טאטעס הסכמה אביסל כבוד שיינער נאמען אפאר דאלאר טיף אריין אין אדמה שטייט אויף ביים עלות לייגן ברויט און פוטער קיינער לעקט נישט צוקער ער ארבעט ביז חצות אום שבת נאך די סעודה מיט פארשלאפענע אויגן קוים ער זעט די קינדער נאך א וואך אריבער פארקויפט די בעסטע יארן פאר א גוטע סיבה בר מצוות און חופות ס'קאסט אזוי פיל געלט מ'דארף זיי אנטון לייטיש חתונה בעל בתיש ווילאנג זעט אויס מסודר אינדרויסן פאר די וועלט עיניים להם אבל הם לא רואים אזניים להם ועדיין לא שומעים זיי האבן אויגן דאך זיי זענען בלינד דער רעש פונעם גאס העכער פון אייגן קינד וויפל ווילסטו פאר דיין נשמה א טעלער לינדזן די טאטעס הסכמה אביסל כבוד א שמעק בשמים אפאר דאלאר טיף אריין אין אדמה וויפל איז עס ווערט א טראפ און דארפסט עס נאך מער טעסט וויפל וויפל וויפל איז עס ווערט וואס וואלט געשען אויב דיין זון מאכט זיך באקוועם טוט אויס די הוט און רעקל און האסט אים ליב אעניווע און וואס וואלט געווען אויב וואלסט דיך נישט געשעמט האגסט דיין זיס ווייבל און די קינדער וועלן זען עיניים להם, אבל הם לא רואים אזניים להם, ועדיין לא שומעים זיי האבן אויגן דאך זיי זענען בלינד דער רעש פונעם גאס העכער פון אייגן קינד וויפל ווילסטו פאר דיין נשמה א טעלער לינדזן די טאטעס הסכמה אביסל כבוד א שמעק בשמים אפאר דאלאר, טיף אריין אין אדמה וויפל ווילסטו פאר דיין נשמה אפאר טיטלען א לאנגע הקדמה אביסל כבוד א שיינער נאמען אפאר דאלאר טיף אריין אין אדמה וויפל איז עס ווערט א טראפ און דארפסט עס נאך מער טעסט וויפל וויפל וויפל איז עס ווערט דער יצר טוט נישט האנדלען ער גייט נישט אוועק סעטאלד נישט פאר האלבע קומט און ער קאלעקט שטרעקסט אויס א פינגער פארלירסטע א האנט ער פיטערט דיך דעם הונגער און פארשווינדט ווי א שלאנג דער יצר טוט נישט האנדלען ער גייט נישט אוועק ער סעטאלד נישט פאר האלבע קומט און ער קאלעקט און ער איז נישט מוותר פון אנהייב צום עק ער וויל האבן די גאנצע נישט מער ווי גערעכט
Writer(s): Moses Grossman Lyrics powered by www.musixmatch.com
instagramSharePathic_arrow_out