ミュージックビデオ

Pajamele
{artistName}の{trackName}のミュージックビデオを見る

クレジット

COMPOSITION & LYRICS
Yidi Bialostozky
Yidi Bialostozky
Songwriter

歌詞

איך דארף נישט די ברויט, דא צוריק נעם עס ער לויפט שנעל ארויס און ברענגט צוריק א סידור באהאלטן אונטער אן אלטע שמאטע די סידור משה'לה ביי דיר האלט איך וועל נישט איבער לעבן איך בין שוין אלט נו זאגשע קדיש לעלוי נשמת דיין טאטע אבער איין מינוט ס'נישט דא קיין מנין אונז זענען נאר צוויי אליין אין די גאנצע בנין מען קען נישט זאגן קדיש צוויי מענטשן אליין משה'לה געט א ווייז אויפן שטריק דארט הענגען פידשאמעס פון אידן וואס האבן געלעבט ביז אפאר שעה צוריק זיי זענען אלע נשמות הייליג לויטער און ריין איין פידשאמעלע א איד פון ורשה נאך א פידשאמעלא א איד אן אונגארישע פידשאמעלעך פון לאדז זגערש און קליין- ווערדיין מיך און דיר צוזאמעלעך כ'וועל מצרף זיין אכט פידשאמעלעך און זיי וועלן נאכענטפערן אמן יתגדל ויתקדש זאגט משה'לה מיט געוויין שמיה רבא ר' סנדר ענטפערט אמן ויצמח פרקניה משה'לה גיסט טרערן ים'עלעך ויקרב משיחיה עס וויינען מיט די פידשאמעלעך בריך הוא לעילא אן עליה פאר מיין טאטעס נשמה תשבחתא, ונחמתא וויאזוי וועל איך האבן א נחמה בחייכון וביומיכון די נשמות די פלאמעלעך ובחיי דכל בית ישראל עס לעבן דאך די פידשאמעלעך ר' משה'לה פשיגורסקי האט איבער געלעבט די קריג מיט וואונדער געקומען קיין ישראל מחנך געווען אידישע קינדער א הערליכע משפחה אויפגעשטעלט נאך א לאנגע לעבן פון אויפטוהן פאר אידישקייט בשיבה יפה רוהיגערהייט איז ר' משה'לה פשיגורסקי אוועק פון דער וועלט די רב שליט"א האט מספיד געווען ביי זיין לוויה משה'לה גיב א קוק ס'איז א דור א נייע אזוי שיין אויפגעבויט נאכן מלחמה זאגן קדיש מיט דיין קינדער צוזאם-וועל'יך מען דארף נישט מצרף זיין קיין פידשאמעלעך גיי אין גן עדן ווייל אין הארץ איז שוין דא א נחמה יתגדל ויתקדש שטייען זיין קינדער ארום די מיטה שמיה רבא גרויס איז זיין נאמען די גוטע יהא שלמא רבא אין הארץ געפילן ווארעמע'לעך וחיים טובים עלינו אבער געדענקען וועט מען די פידשאמעלעך זאג איך דיר גרויסער גאט מיין פידשאמעלעך מיין מסירת נפשות שטיקלעך פון מיין לעבן זיי האבן אלע ממשות איך האב זיי פאר דיר געגעבן באשעפער מיינע נסיונות מיין צרות מיין פריוואטע ענין ביי דיר אין קעשענע שפאר עס זיי עס מצרף צו מנין
Lyrics powered by www.musixmatch.com
instagramSharePathic_arrow_out