album cover
Gemeint
100
World
Gemeint was released on August 11, 2020 by SD Records as a part of the album Rayoines
album cover
Release DateAugust 11, 2020
LabelSD Records
LanguageEnglish
Melodicness
Acousticness
Valence
Danceability
Energy
BPM77

Credits

PERFORMING ARTISTS
Motty Ilowitz
Motty Ilowitz
Performer
COMPOSITION & LYRICS
Motty Ilowitz
Motty Ilowitz
Composer
PRODUCTION & ENGINEERING
Mendy Hershkowitz
Mendy Hershkowitz
Producer

Lyrics

איך האב אמאל געמיינט
אז ווער ס'איז רייך איז קלוג
און פארלוירן מיינט
בלאנדזשענען אין וואלד
ווער ס'האט דאס לעצטע ווארט
דער האט געזיגט
און ווער ס'האט ווייסע האר
איז אלט
איך האב אמאל געמיינט
אז נאר אמאל צדיקים איז געווען
און ווער ס'שרייט די העכסטע
הערט מען אויס
אלטוועלטליכע מגיפות
קען שוין נישט היינט געשען
און אז א ווארימע היים
מיינט א געהייצטע הויז
ווי מער איך עלטער מיך
פארשטיי איך אנדערש און מער
אז אפילו אן וואג
קענען זאכן זיין זייער שווער
נישט דוקא מיט שוועבעלעך מיינט
זיך שפילן מיט פייער
און אפילו אן געלט
קען מען באצאלן טייער
איך האב אמאל געמיינט
אז דער וואס שמייכעלט לאכט
און זיין ביי זיך שטארק
מיינט בּויען א שטארקען גוף
און חלומ'ן א חלום
קען מען נאר אין א בּעט, בּיינאכט
און דערטראנקן ווערט מען
נאר אין א ים, מיט א שיף
איך האב אמאל געמיינט
אז מיינע עלטערן זענען צו שטרענג
און מיינע חברים
זיי זענען עכטע פריינט
אן ערליכע איד ווענדט זיך
ווי גרויס ס'איז די געדרענג
און אז איך קען טון מארגן
דאס וואס איך טוה נישט היינט
ווי מער איך עלטער מיך
פארשטיי איך אנדערש און מער
אז וויינען קען מען אויך
אן א טרער
שרייען
קען מען אויך אינדערשטיל
און אז מיט איין ווארט
איז אסאך מאל געזאגט שוין צופיל
איך האב אמאל געמיינט
אז ווער ס'האט שכל טראכט
און פארבארגטע געלט
צוריק נאך זען וועל איך
אז ס'איז לעכטיג נאר בייטאג
און ס'איז טונקל נאר ביינאכט
און אז יענע מעשה
ליינט מען אין א בּוך
ווי מער איך עלטער מיך
פארשטיי איך אנדערש און פיל מער
זוכן הילף איז נישט קיין שוואכקייט
נאר פונקט פארקערט
זאט איז דער וואס טיילט
נישט דער וואס פארמאגט
און אז א יאר
לויפט שנעלער ווי א טאג
אוי, איך האב אמאל געמיינט
אז משיח וועט שוין זיין דא לאנג
אויב נישט וועלן אידן
פראבירן כאטש צו לעבן אין פרידן
ס'וועט זיין סאך מער מעדעצינען
וועלן מענטשן זיין ווייניגער קראנק
און די וועלט וועט שוין איינזען
ס'איז נאריש פיינט צו האבן אידן
איך האב אמאל געמיינט
אז איך האב אמאל געמיינט
און יעצט מיין איך
אז איך מיין נאכאלץ
אבער איך מיין אז וואס איך מיין היינט
קומט נישט צו צו וואס איך גיי נאך מיינען
און וואס איך מיין היינט
גיי איך אמאל נאך באוויינען
איך האב געמיינט
איך האב אמאל געמיינט
Written by: Motty Ilowitz
instagramSharePathic_arrow_out􀆄 copy􀐅􀋲

Loading...