album cover
Shtilkeit
90
World
Shtilkeit was released on September 8, 2023 by SD Records as a part of the album Hasugos
album cover
AlbumHasugos
Release DateSeptember 8, 2023
LabelSD Records
LanguageEnglish
Melodicness
Acousticness
Valence
Danceability
Energy
BPM123

Credits

PERFORMING ARTISTS
Motty Ilowitz
Motty Ilowitz
Performer
COMPOSITION & LYRICS
Motty Ilowitz
Motty Ilowitz
Composer

Lyrics

וואו איך טרעט און טרעט
וואו איך גיי און גיי
הער איך דעם געבעט
אזש מיינע אויערן טוען וויי
פון קליינע מענטשן
וואס ליגן אונטער מיר
קליינע מענטשן
ווי איך און דיר
איך זע דעם טאטען מען שלעפט אוועק
איך זע דער בחור'ל וואס ווערט פארברענט
איך זע די שוועסטער וואס כאפט שלעק
איך זע די מאמע מיט די בעיבי אין די הענט
קליינע מענטשן
וואס ליגן אונטער מיר
קליינע מענטשן
וועם קיינער וועט שוין
קיינמאל מער נישט קענען
קליינע מענטשן
וועם קיינער ווייסט נישט
ווער און וואו זיי זענען
נשמות אומשולדיג ריין
אונטער אַן אָנדענק-שטיין
קיין נאמען, קיין בילד, קיין זכר פון ענקער חן
און איך וויין:
ארץ ארץ אל תכסי דמם
טו נישט פארדעקן
לאז די ביינער זיך ארויסשטעקן
ביז זיי וועלן זיך אויפוועקן
אונזער פארגאנגענהייט
עס וויינט, עס בענקט, און שרייט
טויב קען מען ווערן
פון דעם וועלט'ס העכסטע שטילקייט
איך ווייס נישט וויאזוי דו הייסט
און איך ווייס נישט פון וואנען דו קומסט
איך ווייס נאר וואו דו גייסט
און איך הער ווי ביטערליך דו ברומסט
קליינע מענטשן – וואס ליגן אונטער מיר
קליינע מענטשן – ווי איך און דיר
ס'איז נישט זיי ס'איז מיך
ס'איז יעצט נישט אמאל
ס'איז נישט ברילן, ציין, און שיך
נאר ס'איז כלל ישראל
קליינע מענטשן
וואס ליגן אונטער מיר (קליינע מענטשן)
קליינע מענטשן (קליינע מענטשן)
ווי איך און דיר
קליינע מענטשן
וועם קיינער וועט שוין
קיינמאל מער נישט קענען
קליינע מענטשן
וועם קיינער ווייסט נישט
ווער און וואו זיי זענען
נשמות אומשולדיג ריין
אונטער אַן אָנדענק-שטיין
קיין נאמען, קיין בילד, קיין זכר פון ענקער חן
און איך וויין:
ארץ ארץ אל תכסי דמם
טו נישט פארדעקן
לאז די ביינער זיך ארויסשטעקן
ביז זיי וועלן זיך אויפוועקן
אונזער פארגאנגענהייט
עס וויינט, עס בענקט, און שרייט
טויב קען מען ווערן
פון דעם וועלט'ס העכסטע שטילקייט
ביינער, ציינער, אנדענק שטיינער
פון מיליאנען אן קיין נעמען
פרעגן, דערוועגן, אזוי ווי מיר פלעגן
שוין כמעט נישטא היינט פון וועמען
די שלעכטן, אומרעכטן, וואס פאסירט האט נעכטן
געוואלט זיי אויך פארברענען
די לעצטע, געשעצטע, אלט-געזעצטע
אהוי
וואס געדענקן דעם גיהנם
די קליינע מענטשן וועם קיינער וועט שוין מער
קיינמאל מער
קיינמאל מער נישט קענען
Written by: Motty Ilowitz
instagramSharePathic_arrow_out􀆄 copy􀐅􀋲

Loading...